אן איראנישע און א שמייכלדיגע עפיזאדע איז פארגעקומען די וואך ווען די "ניו יארק פאוסט" האט ארויסגעלייגט א בילד פון אן אידישע בחור און מיידל וויאזוי זיי זיצן און עסן אויפ'ן גאס.

וואס די פאוסט האט געמיינט: די ניו יארק פאוסט האט געשריבן דינסטאג א זאפטיגע ארטיקל איבער א סטעיטמענט וועלכע גאווערנער קאומא האט געלאזט פאלן צו מעיאר דעבלאזיא איבער רעסטוראנטן, וואס די מעיאר האט געזאגט אז עס וועט נישט זיין ערלויבט צו עסן אינעווייניג אין רעסטוראנטן, ביז ווילאנג עס איז נישט פארהאן קיין זיכערע וואקסין פאר די ווירוס. דערביי האט די פאוסט צוגעלייגט א בילד פון צוויי מענטשן וויאזוי זיי עסן אינדרויסן פון א רעסטוראנט.

וואס האט עכט פאסירט: א בחור און א מיידל זענען ארויסגעגאנגען צו א בעשוי, אזוי אויספאלגענדיג די רעגירונגס גיידליינס און טוענדיג עסן פארענט פונעם רעסטוראנט, איז א פאטאגראפירער צוגעקומען און געכאפט א בילד, ווערנדיג שפעטער ארויסגעלייגט פארענט פון מיליאנען ניו יארק פאוסט ליינער.

מזל טוב! היינט איז בשעה טובה ומוצלחת געהערט געווארן אינעם אידישן וועלט, אז די "ניו יארק פאוסט קאָפּל" האבן געבראכן טעלער! 

די בילד וועלכע איז ערשינען צו די פובליק די וואך דינסטאג

מזל טוב!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל