טויזענטער פאמיליעס אינערהאלב ניו יארק סיטי, האבן די וואך אויפגענומען מיט גרויס פארלייכטערונג אז אט גייט מען שוין צוריק צו די שולעס. עס איז שוין סעפטעמבער, די אנהייב פונעם נייען שולע-יאר!

עטליכע טויזענט קלאפעס אויף די טירן האבן געלאזט הערן די ענטפער, א מיטל-מעסיגע טאשקע טוט שטיין דארט קוקט אויס אינגאנצן אומשולדיג, ביז מען עפענט דעם זעקל...

שערלעך, בלייען, מאַרקערס, פאפירן, פעדערן, ווייט-אַוט, היילייטערס, מעסטערס, שפילצייגן ועוד ועוד ועוד... המספיק האט ממש זיך ארויסגעלאזט איינקויפן פאר יעדע פון אירע קינדער א פולע פרי-סקול אָרדער, און נישט סתם אן ארדער נאר א בעל הבית'שער ארדער!

די פרייד וואָס המספיק פאמיליעס האָט געשפירט ווען די שולעס האבן ענליך געעפנט זייערע טירן, איז געווען אומשאצבאר. נאָכ'ן מיטמאכן שוועריגקייטן לאנגע מאנאטן וואס זייערע מיטגלידער זענען געווען איינגעשפארט דורכאויס די לאַנג לאַקדאַון; די התרגשות איז געווען הויכהילכיג צום אויפקומענדיגע סעפטעמבער.

דער אויסדרוק פון דעם געפיל פון באגייסטערונג איז געווען אין די פאָרעם פון אַ מעכטיגע בעק-טו-סקול פּעקל וואָס איז פונאנדערגעטיילט געווארן די פארגאנגענע וואָך צו אַלע די משפחות פון המספיק. א שפּאָגל נייע בריעפקעיס, פול מיט שיינעדיגע נייע סופלייס און באלערענדע שפילצייגן, איז געווארן צוגעפירט צו די הויז פון יעדער משפּחה.

המספיק האט געמאכט אַ באזונדערע מיה צו אפטראגן דעם פּעקל צו יעדער הויזגעזינד אין צייט פאַר דער ערשטער טאָג פון שולע, צו די פרייד פון די מוטערס און קינדער.

די ריספאנד: די פידבעק פון די עלטערן וואלט מען ווען געקענט שרייבן אויף 15 לאנגע ארטיקלען, אבער די ווערטער וויאזוי איין מאמע האט זיך אויסגעדרוקט איז פשוט א שאד נישט צו שרייבן, "המספיק האט אונז נישט נאר געמוטיגט ווען די צייטן זענען געווען שווערע, נאר זיי שטייען אונז צו די האנט ווען אונזער לעבנס קערן זיך צוריק צום נארמאלן שטייגער. די הארץ און די נשמה וואס המספיק לייגט אריין אין איר ארבעט טוט מיר אזוי דערקוויקן מיין הארץ".

המספיק שרייעט: צוריק אין חדר אריין!
די מיטל-מעסיגע אומשולדיגע טאשקע

די ווארימע בריוו וועלכע איז געליגן אריינגעלייגט אין יעדע פעקל באזונדער געשריבן דורך די דירעקטאר ר' הערשל ווערטהיימער
די ווארימע בריוו וועלכע איז געליגן אריינגעלייגט אין יעדע פעקל, געשריבן דורך די דירעקטאר ר' הערשל ווערטהיימער זעלבסט

המספיק שרייעט: צוריק אין חדר אריין!

די טאשקעס ליגן אויסגעלייגט גרייט צו קענען אויפהייבן די געמיטער פון הונדערטער פאמיליעס
די טאשקעס ליגן אויסגעלייגט גרייט צו קענען אויפהייבן די געמיטער פון הונדערטער פאמיליעס

די אינהאלט פון בעל הבית'שער טאשקע
די אינהאלט פון בעל הבית'שער טאשקע

א בליק אינעם טאשקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל