אנאליז דורך לוח הציבור

די ציפערן פאר'ן דעמאקראטישן פרעזידענטליכן טיקעט פון דזשאו ביידען און קאמאלא העריס האבן זיך עטוואס פארבעסערט און פארשטארקערט אין די לעצטע וואך צייט, שטייענדיג נאכדעם וואס די דעמאקראטישע פארטיי האט אפגעראכטן זייער נאציאנאלע קאנווענשאן אויף א ווירטואלן פארנעם, מיט געלונגענע רעדעס פון ביידען זעלבסט און אנדערע דעמאקראטישע פיגורן. צווישן די פארשידענע הויכפונקטן אין לויף פונעם דעמאקראטישן קאנווענשאן, איז געווען די רעדע וואס פרוי אבאמא, די פרוי פונעם געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא, האט געגעבן, וואו זי האט שארף אראפגעריסן פרעזידענט טראמפ פאר זיינע פאליסיס און שריט אין אמט, און ספעציפיש איבער זיין קאלטקייט צו פארשידענע אישוס און ווייטאגן פונעם אמעריקאנער פאלק. די דעמאקראטן האבן אויסגענוצט פרוי אבאמא'ס פאפולאריטעט צו באנייען אייפער ביי פארשלאפענע וויילער פון די פארטיי.

פרוי אבאמא'ס רעדע איז געווען אין די ערשטע נאכט פונעם קאנווענשאן, וועלכע האט אויך געהאט פארשידענע אנדערע גרויסע רעדעס. עס האט צווישן אנדערן אויפגעטרעטן בערני סענדערס – ביידען'ס הויפט קעגנער – און ער האט שטארק אינדארסירט ביידען און גערעדט אין זיין שטיצע. אויך האט אויפגעטרעטן דער רעפובליקאנער דזשאן קעיסיק, און דער דעמאקראטישער ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומאו איבער'ן קאראנא וויירוס קריזיס.

אינעם צווייטן נאכט פונעם קאנווענשאן איז געווען דער הויכפונקט די אפיציעלע נאמינאציע פראצעדורן פון דזשאו ביידען, און מען האט אויך געהערט א רעדע פון די ליבעראלע סאציאליסטישע קאנגרעספרוי אוקאסיא קארטעז, וועלכע האט גערעדט קארגע זעכציג סעקונדעס און האט אפיציעל נאמינירט בערני סענדערס אלס פרעזידענט קאנדידאט. דאס איז א טראדיציע וואס גייט שוין אן לאנגע יארן, אז מען טוט סימבאליש נאמינירן אויך דעם קאנדידאט וואס האט באקומען די צווייט-מערסטע דעלעגאטן.

צווישן די רעדעס אין די צווייטע נאכט פונעם קאנווענשאן, איז געווען א רעדע פונעם געוועזענעם פרעזידענט ביל קלינטאן, און א רעקארדירטע מעסעדזש פון געוועזענעם פרעזידענט דזשימי קארטער. עס האבן אויך אויפגעטרעטן עטליכע רעפובליקאנער, אריינגערעכנט דער רעספעקטירטער געוועזענער בוש סעקרעטערי אוו סטעיט קאלין פאועל און די פאמיליע פונעם פארשטארבענעם רעפובליקאנער סענאטאר דזשאן מעקעין – פארזעצנדיג די סעריע פון רעפובליקאנער וואס אינדארסירן ביידען.

אינעם דריטן נאכט פונעם קאנווענשאן האט געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא געגעבן זיין רעדע. זיין רעדע איז געווען פרעצעדענטלאז און היסטאריש, וויבאלד עס איז דאס ערשטע מאל אין לאנגע יארן וואס א געוועזענער פרעזידענט קומט ארויס מיט אזא שארפע רעדע קעגן דעם אמטירנדן פרעזידענט. אבאמא האט גערעדט דראמאטיש און געזאגט אז דער וועג וויאזוי טראמפ פירט זיך אויף "איז דער וועג וויאזוי דעמאקראטיע וועפט אויס, און מיר קענען דאס נישט לאזן געשען".

מען האט אויך יענע נאכט געהערט רעדעס פון פרוי קלינטאן, די דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטקע פון יאר 2016 וועלכע האט געדינט אלס א דערמאנונג פאר די דעמאקראטישע וויילער אז אלעס וואס זי האט געווארנט איבער טראמפ איז למעשה צושטאנד געקומען. עס האט אויך גערעדט וויצע פרעזידענט קאנדידאט קאמאלא העריס, מאכנדיג היסטאריע מיט איר נאמינאציע און איר רעדע ביים קאנווענשאן. אויך האט מען געהערט א רעדע פון סענאטארשע עליזאבעט ווארען.

די לעצטע נאכט פונעם קאנווענשאן איז געווען פאריגן דאנערשטאג, ווען עס זענען געהערט געווארן פארשידענע רעדעס איידער די גרויסע אקצעפטירונג רעדע פון דזשאו ביידען. צווישן אנדערן האט גערעדט מייקל בלומבערג, וועלכער איז אליינס געווען א קאנדידאט אין די דעמאקראטישע פרעזידענט פריימעריס פאר א קורצע צייט. מען האט אויך געזען א פרעזענטאציע אין עהרע פון באו ביידען, דזשאו'ס זוהן וועלכער איז געשטארבן פון קענסער אין יאר 2015, און גערעדט האט סענאטארשע טעמי דאקווארט, א מיליטערישע וועטעראן.

דאן איז געקומען די צייט פאר דזשאו ביידען'ס רעדע, און ער האט דאס דערלאנגט גאר געלונגען, ווערנדיג אויסגעלויבט אפילו דורך פרא-טראמפ קאמענטאטארן. ביידען האט גערעדט זיין רעדע שארף, דראמאטיש און קלאר, אנע מאכן איין טעות, און ער האט ניטאמאל איין מאל דערמאנט פרעזידענט טראמפ ביים נאמען, נאר אים אנגערופן "דער יעצטיגער פרעזידענט". "איך וועל ארבעטן ארויסצוברענגען דאס בעסטע פון אונז אלע, נישט די ערגסטע. איך וועל זיין א פריינט פון ליכטיגקייט, נישט פונעם פינסטערניש", האט ער געזאגט.

ווי ערווענט האט דער קאנווענשאן געברענגט א שטיקל פאראויסשטופ פאר ביידען'ס קאנדידאטור. א נייע "עי-בי- סי ניוז" אנקעטע וואס איז ערשינען די וואך זונטאג האט געצייגט אז די "פעיוואריביליטי" ציפערן – וואס באדייט ווי שטארק וויילער גלייכן א קאנדידאט פערזענליך אפגעזען צי זיי גייען שטימען פאר יענעם אדער נישט – פון ביידען איז געוואקסן מיט 5 פראצענט פון בעפאר'ן קאנווענשאן, ווען בעפאר האבן 40 פראצענט געזאגט אז זיי גלייכן ביידען, און יעצט זאגן 45 פראצענט אז זיי גלייכן אים.

די אנקעטע צייגט ספעציפיש אז צווישן דעמאקראטישע וויילער איז ביידען'ס פעיוואריביליטי ציפערן געשטיגן פון 79 פראצענט צו 86 פראצענט, צווישן שווארצע אמעריקאנער האלט עס יעצט ביי 69 פראצענט, צווישן ווייסע האלט עס יעצט ביי 39 פראצענט און צווישן ספאנישע האלט עס יעצט ביי 52 פראצענט. די זעלבע אנקעטע צייגט אז טראמפ'ס פעיוואריביליטי אין אלגעמיין איז 32 פראצענט, און וויצע פרעזידענט פענס' פעיוואריביליטי איז 30 פראצענט.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל