מדינת ישראל -  מיניסטער זאב אלקין האט היינט אנאנסירט אז די אוקראינער רעגירונג האט שוין געמאכט איר ענטגילטיגע באשלוס און זי וועט נישט אריינלאזן די 600 אידן וועלכע זענען געשטראנדעט ביים גרעניץ און ווילן אנקומען צו אומאן פאר ראש השנה. אלקין האט אויך געבעטן אז אלע ארץ ישראל'דיגע וועלכע זענען ביים גרעניץ זאלן אהיימקומען.

יונייטעד ערעב עמירעטס - די עמירעטס לופטליניע האט געמאלדן אז זי פלאנירט צו פראדוצירן און סערווירן כשר'ע מאלצייטן אויף אירע פליגערס. די נייע סיסטעם וועט הייסן "כשר אראביע" און די פראדוקציע וועט זיך אנהייבן יאנוואר 2021. די נייעס קומט בלויז געציילטע טעג נאך וואס די עמיראטן האבן אונטערגעשריבן די היסטארישע שלום-אפמאך מיט מדינת ישראל.

וואשינגטאן - דער עף-בי-איי דירעקאר קריסטאפער רעי האט היינט צופרי געלאזט הערן אז רוסלאנד איז לעצטנס "זייער אקטיוו" מיט זייערע פראבעס צו קענען איינפלוסן די 2020 וואלן. רעי זאגט אז די רוסן ארבעטן בעיקר אראפצורייסן די דעמאקראטישע קאנדידאט דזשאו ביידען, מער וויפאל זי טוט ארבעטן אויף צו שטיצן פרעזידענט טראמפ.

אהייא - פאליציי אין סינסאַנאַטי האבן קאנפיסקירט איבער 200 פאלשע "ראלעקס זייגערס" וועלכע איז געקומען פון כינע. די זייגערס וואלטן זיך פארקויפט פאר איבער 2.5 מיליאן דאלער, אבער איר עכטע ווערד איז ארום איין דאלער!

טעקסאס - כאטש 22 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן ווען צוויי קרעינס האבן זיך צוזאמגעשטויסן היינט צופרי אין אוסטין, טעקסאס.

ניו דזשערסי - גאווערער פיל מורפי האט אנאסירט א נייע שטייער-ראטע פון 8.97% צו 10.75% פאר די וועלכע פארדינען פון צווישן מיליאן און פינף מיליאן דאלער א יאר. ווי אויך וועלן די פאמיליעס וואס האבן קינדער און פארדינען אונטער 150 טויזענט דאלער יערליך באקומען א 500 דאלער צוריקצאל.

ניו יארק - מעיאר דעבלאזיא האט היינט געזאגט אז ניו יארק סיטי האט שוין איר אייגענע קאראנע-טעסטינג לאבאראטאריע וועלכע קען צושטעלן די רעזולטאטן און בלויז 20 ביז 48 שטונדן. די לאבאראטאריע וועט קענען דורכפירן 20 טויזענט טעסטס א טאג פון אנהייב נאוועמבער.

האלט אייך אנגעבינדן מיט די "אידישע נייעס" פלאַטפאָרמע, צו באקומען די טעגליכע נייעס פון ארום דער וועלט!

אידישע נייעס: באריכט פאר ה' סליחות

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל