וואשינגטאן - סופרים קאורט ריכטער רות גינזבערג, א אידישע פרוי און די צווייטע פרוי אין די היסטאריע צו דינען אלס ריכטער אינעם העכסטן-געריכט איז געשטארבן פארגאנגענע פרייטאג עטליכע מינוטן בעפאר'ן זמן אינעם עלטער פון 87 יאר נאכ'ן ליידן די לעצטע צייט פון קענסער. א רידעריי האט זיך שוין אנגעהויבן צווישן די דעמאקראטישע און רעפובליקאנער פארטייען צו מען זאל שוין גראד אויפנעמען א נייע ריכטער, אדער מען זאל ווארטן ביז נאך די פרעזידענטליכע וואלן. פרעזידענט טראמפ האט שוין געלאזט הערן אז ער וועט האבן א נייע קאנדידאט ביי די וואך דינסטאג. 

פענסילוועניע - אן אינטערסאנטע עפיזאדע האט פאסירט מיט דזשאו ביידען, ווען ער האט געגעבן א קורצע הספד אויף ריכטער גינזבערג, זאגעדיג "מרת גינסבערג איז געשטארבן אום ראש השנה, און עס איז באוואוסט אז א מענטש וואס שטארבט אום ראש השנה ווערט זיין נשמה גערעכנט אז ער איז געווען א יושר'דיגע מענטש". ביי אידן האט זיך דאס געהערט מיט א שמייכל זינט די מימרא גייט ארויף אויף יום כיפור, אבער וואס טוט נישט א קאנדידאט צו צייגן זיין קענטענישן...

האנדוראס - פרעזידענט כואן הערנענדעז האט געזאגט צו פרעמיער נתניהו דורכאויס א טעלעפאן-זיצונג אז האנדוראס וועט ריקן איר אמבאסאדע צו ירושלים.

וואשינגטאן - אויטאריטעטן האבן ארעסטירט א פרוי וועלכע ווערט באשולדיגט צו שיקן א בריוו צום ווייסן הויז וועלכע אינהאלט א געוויסע סארט טויטליכע גיפט. די בריוו איז געווען געשיקט פערזענליך צו פרעזידענט טראמפ, און געווארן געכאפט דורך די סיקרעט סערוויס אום שבת קודש.

ניו יארק - לובאביטש האט פארמאכט די פארגאנגענע וואך פיהל פון אירע ישיבות און אמעריקע ביז דער חשון זמן, אריינגערעכענט איר צוויי גרעסטע ישיבות "אהלי תורה" און "מאריסטאון". דאס קומט נאך וואס עטליכע בחורים זענען געווארן אנגעשטעקט לעצטנס מיט די ווירוס.

וואשינגטאן - נאך א זיצונג מיט די עמיר פון קואוועיט פארגאנגענע פרייטאג אינעם ווייסן הויז, האט פרעזידענט טראמפ געזאגט אז ער האלט אז קואוועיט וועט אונטערשרייבן א שלום-אפמאך מיט מדינת ישראל "זייער שנעל".

ניו יארק - צוויי מענטשן זענען טויט און כאטש 12 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן ווען א פארשוין האט געעפנט הייס-פייער ביי א פריוואטע-פייערונג אין א הויף אין ראטשעסטער, ניו יארק. די פאליציי האט נאכנישט באוויזן צו ארעסטירן די שיסער.

אידישע נייעס: באריכט פאר מוצאי ראש השנה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל