די פעדעראלע אגריקולטור אויטאריטעטן האבן געזאגט אז ניו יארק איז צוגעלייגט געווארן אויף די ליסטע פון סטעיטס וואס זענען ַאפעקטירט פון די פרישע סאלמאנעלא אויסברוך. די אויסברוך איז פארשפּרייט שוין יעצט אין מער ווי דרייסיג סטעיטס, וואו נאנט צו פיר הונדערט מענטשן זענען אנגעשטעקט געווארן מיט סאלמאנעלא, און א טייל האבן געדארפט צוקומען צו באהאנדלונג. די אויטאריטעטן האבן שוין אידענטיפיצירט אז די אויסברוך קומט פון רויטע צוויבל פון די "טאמסאן אינטערנעשאנעל" פירמע אין קאליפארניע, און האבן ערלעדיגט א ריקאל.
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה