א שוידערליכע אויפרייס האָט אויפגעטרייסלט די לעבאַנעזער הויפטשטאָט בעירוט, וואו נאָנט צו הונדערט זענען שוין באַשטעטיגט אומגעקומען, און מער ווי פיר טויזנט זענען פאַרוואונדעט. מען האָט געמיינט אַז דער אויפרייס איז געווען טעראָר אָדער אַן אונטערגעשטעלטע באָמבאַרדירונג פון מדינת ישראל, אָבער עס האָט זיך אַרויסגעשטעלט צו זיין פון א פאַרנאַכלעסיגטע סטאָרעדזש פון אויפרייס מאַטעריאַל וואָס די לעבאַנעזער רעגירונג האָט קאָנפיסקירט יאָרן צוריק. 


פאַר פופצן מייל אַרום דעם אָרט פונעם אויפרייס ביים לעבאַנעזער פאָרט, זענען פענסטערס אויסגעשאסן און געביידעס שווער געשעדיגט.


מאכטפולע אויפרייס אין בעירוט


דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל