האָריקעין איסאאיאס איז נעכטן אָנגעקומען קיין ניו יאָרק, און עס האָט פאַראַליזירט גרויסע טיילן פונעם גאַנצן ראַיאָן. 


דער האָריקעין האָט געברענגט שווערע ווינטן פאַר די ניו יאָרק סיטי געגנט, וואו ביימער זענען אומגעפאַלן אין וויליאַמסבורג, באָראָ פאַרק און אַנדערע געגנטער, אַריינגערעכנט אין קווינס וואו איינער איז אומגעקומען ווען א בוים איז אַרויפגעפאַלן אויף זיין ווען. 


אין אַפסטעיט און אינעם קעטסקילס ראַיאָן האָט דער האָריקעין געברענגט שווערע פאַרפלייצונגען פון עטליכע אינטשעס, און איבערגעלאָזט טויזנטער אין דער טונקל.


האריקעין איסאאיאס פאראליזירט ראיאן

דורך לוח הציבור 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל