דער פירער פון די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע האט געלאזט הערן א פּאזיטיווע טאן, זאגנדיג אז מען זעהט גוטע צייכענעס פון האפענונג אינעם קאמף קעגן קאראנא-וויירוס. רעדנדיג אין שווייץ האט דער וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע דירעקטאר טעדראס אדהאנאם געזאגט, אז עס זענען טאקע פארהאן לענדער וואס ליידן נאך שטארק, אבער אנדערע לענדער וואס האלטן שוין ביים באקעמפן די מגיפה. צווישן אנדערן האט ער אויסגערעכנט די לענדער פון ניו זילאנד, ראוואנדא, און די קאריביען און פּאסיפיק אינזלען, וועלכע האבן שנעל און פריצייטיג געברענגט דעם וויירוס אונטער קאנטראל אין זייערע טעריטאריעס.

פּאָזיטיוו איבער קאָראָנאַ מגיפה

דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל