אנאליז דורך קול ברמה

פרעזידענט קאמפיין 2020. וויצע פרעזידענט דזשאו ביידן, דער דעמאקראטישע 2020 קאנדידאט פאר פרעזידענט, האט נעכטן 'נישט איבעראשענד' נאמינירט  פאר זיין קאמפיין מיטלויפער, 'קאמאלע העריס', דער ערשט טערמיניגע סענאטאר פון קאליפארניע, און דער ערשטע שווארצע פרוי צו ווערן נאמינירט פאר א פובליק טיקעט...; דער אויסוואל איז בכלל נישט געווען קיין "סורפרייז" פאר קיינעם, נאכדעם וואס איבער די לעצטע פאר טעג איז עס געווען קלאר פאר רוב 'זאך קענער', אז ביידן וועט צום סוף מוזן אויסקלויבן העריס פאר זיין ווייס פרעזידענט פאזיציע, צוליב זייין שטארקע 'קאמיטמענט' אוסצוקלויבן דוקא 'א פרוי' און 'א מינאריטעט' פאר זיין מיטלויפער..; מיט דעם האט זיך דזשאו ביידן גענצליך אונטערגעווארפן אונטער דעם ליבעראלע פליגל פונעם פארטיי, און האט מיט דעם אויסוואל בעצם זיי געזוכט צופרידענצושטעלן..; דער טראמפ קאמפיין האט זיך גלייך גענומען האמערן מיט קאמפיין עד'ס אקעגן העריס'ס קעגנזייטיגע רעקארד, זאגענדיג אז זי איז א פאלטשע פערזאן, "פאני קאמאלא"... נאכדעם וואס זי האט זיך צוגעשטעלט צו דזשאו ביידן'ס קאמפיין, טראץ דעם וואס זי האט אים מורא'דיג מיאוס אטאקירט ביי דער פריימערי סעזאן, צוליב זיין קאנטערווערסיאנעלע ווייסע ראסיסטישע רעקארד.

שוין... ענדליך ענדליך הייבן זיך זאכן אן צו רירן אין דער ריכטונג פון א פולשטענדיגע "פרעזידענט קאמפיין"... און ענדליך האבן מיר א געהעריגע גלייכע פארמעסט אינעם פארעם פון צוויי פולע אויסגעשטאטאטע טיקעט'ס וועלכע פארמאגן א פרעזידענט קאנדידאט מיט א וויצע פרעזידענט קאנדידאט.. נאכדעם וואס וויצע פרעזידענט 'דזשאו ביידן', דער דעמאקראטישע פארטיי'ס 2020 קאנדידאט פאר פרעזידענט, האט נעכטן פייערליך נאמינירט פאר זיין קאמפיין מיטלויפער, און פאר זיין וויצע פרעזידענט פאזיציע, 'קאמאלע העריס',  דער באקאנטע ערשט טערמיניגע סענאטאר פון קאליפארניע, און א געוועזענע אפאנענט פון דזשאו ביידן. ביידן האט נעכטן דינסטאג אינמיטן טאג געלאזט וויסן דעם אויסוואל אינעם פארעם פון א מעסעדזש צו די פרעסע, און האט באלד דערנאל אויפגעטרעטן מיט א באמבאדיסטישע רעדע צו די מידיא, איבער די געוואלדיגע געלונגענקייט פון זיין אויסוואל, און די געוואלדיגע 'מעלות' וואס א "ביידן – העריס" טיקעט וועט ברענגען פאר אמעריקע. ביידן האט זיך אבער חלילה נישט געטראפן מיט איר פערזענליך, אדער אויפגעטרעטן אינאיינעם פאר א געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ, אזוי ווי עס איז געווענליך דער שטייגער ווען מען נאמינירט א קאמפיין מיטלויפער... ניין... דאס איז דאך אויסגעשלאסן... מען דארף דאך פאר א יעדע פרייז אריינהאמערן דעם נארישן "סאשעל דיסטענסינג" אין די אמעריקאנע קעפ אריין, כדי אז ''אולי יחוס עם עני ואביון'', און דער ''פאנדעמיק געפיל'' אין די אמעריקאנע הערצער וועט העלפן די דעמאקראטן באזיגן פרעזידענט טראמפ אין נאוועמבער...

"קאמאלע העריס" איז זייער א באקאנטע פיגור אין אמעריקע בכלל, און אין אמעריקאנע פאליטיק בפרט. צום ערשט איז זי א טייל פון די ראדיקאלע ליבעראלע גרופע פון די דעמאקראטישע פירערשאפט, האבענדיג אלץ אירע קאמעראדן אזעלכע לינקע חברה ווי "קאנגרעספרוי אילהאן אומאר", און קאנגרעספרוי "ראדטשיב טאליב", און ״קאנגקרעספרוי קארטעז'', וכו'. העריס האט זיך איבער די לעצטע פאר יאר זייער שטארק באקאנט געמאכט איבערן לאנד מיט אירע ראדיקאלע לינקע שטעלונגען, און טראץ דעם וואס זי איז בלויז א איין טערמיניגע סענאטאר, איז זי ווייט מער באקאנט איבערן לאנד ווי אסאך אלט געזעצענע סענאטארן שוין אויף זייער פערטע אדער פופטע טערמין.

פארן ווערן דער סענאטאר פון דער סטעיט אוו קאליפארניע, איז העריס געווען דער סטעיט'ס אטערני דזשענעראל, און נאך פאר דעם איז זי געווען דער אטערני דזשעענעראל פון לאס אנדזשעלעס. העריס איז ארויף אויפן נאציאנאלע פאליטישע ארענע, נאכדעם וואס זי איז ערנסט געלאפן פאר די פאזיציע פון דעמאקראטישע קאנדידאט פאר פרעזידענט אקעגן דזשאן ביידן און בערני סאנדערס, און אין געוויסע מאמענטן איז זי אפילו באטראכט געווארן אלץ דער פראנט ראנער פונעם קאמפיין. מיט איר נאמינאציע ווערט העריס דער ערשטע שווארצע פרוי צו ווערן נאמינירט פאר אזא מין הויכע פאזיציע, און דאס איז טאקע לכאורה געווען א חלק פונעם חשבון פונעם ביידן קאמפיין, אז דאס וועט אויפהייטערן פולע פרויען וויילער און שווארצע וויילער.

דער אויסוואל איז בכלל נישט געווען קיין "סורפרייז" פאר קיינעם, נאכדעם וואס איבער  די לעצטע פאר טעג איז עס געווען קלאר פאר רוב 'זאך קענער', אז ביידן וועט צום סוף מוזן אויסקלויבן ''העריס'' פאר זיין ווייס פרעזידענט פאזיציע, צוליב זייין שטארקע ''קאמיטמענט'' און עפענטליכע "התחייבות" אומצאליגע מאל פאר די פרעסע, אוסצוקלויבן דוקא 'א פרוי' און 'א מינאריטעט' פאר זיין מיטלויפער. איבער די לעצטע פאר טעג האבן רוב מידיא קאמענטעירערס געשאצט אז ביידן וועט למעשה זיך באשליסן אויף העריס, נאכדעם וואס פון די אנדערע ערנסטע קאנדידאטן איז קיין איינער נישט געווען אזא שטארקע קאנדידאט אזוי ווי סענאטאר העריס. מיט דעם "בארינג אויסוואל" האט זיך דזשאו ביידן גענצליך אונטערגעווארפן אונטער דעם ליבעראלע פליגל פונעם דעמאקראטישע פארטיי, און האט מיט דעם אויסוואל בעצם בלויז זיי געזוכט צופרידענצושטעלן... נאכדעם וואס חוץ פון די עכטע ליבעראלן, איז קיין איינער נישט עפעס מורא'דיג שטארק צופרידען פון דעם ערווארטעטע "אפאטישן אויסוואל"...

דער טראמפ קאמפיין האט זיך גלייך נאכן באקאנטמאכונג גענומען צו דער ארבעט... און ווי נאר ביידן האט געענדיגט מיט זיין פרעסע קאנפערענץ, האט דער טראמפ קאמפיין זיך גענומען האמערן מיט קאמפיין עד'ס אקעגן העריס'ס ''קאלירפולע'' און קעגנזייטיגע ''רעקארד''... זאגענדיג אז זי איז א פאלטשע פערזאן און א 'פליפ פלאפער', אנריפענדיג איר מיטן שפאטישן צונאמען: "פאני קאמאלא"... (אצינד האבן מיר א פערפעקטע טיקעט... "סליפי דזשאו" מיט "פאני קאמאלע"... 'הייסע פאסטראמי' ווערט ערווארטעט צום קידוש און קריאת השם...). און א באזונדערע מעסעדזש האט דער טראמפ קאמפיין איר זייער מיאוס אראפגעריסן, טענה'דיג אז זי איז זיך זעלבסט אליין שרעקליך סותר... נאכדעם וואס זי האט זיך יעצט צוגעשטעלט צו דזשאו ביידן'ס קאמפיין טראץ דעם וואס זי האט אים מורא'דיג ''מיאוס אטאקירט'' ביי דער פריימערי סעזאן, צוליב זיין קאנטערווערסיאנעלע ווייסע ראסיסטישע רעקארד.

אנאליז: ביידען ציהט זיך פיהל מער לינקס

1 תגובות

  1. Lol, your bias and childishness is staggering, the Republicans are hammering that Harris is too liberal while simultaneously saying she's not liberal enough...

    Good luck in November

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל