די עף-די-עי האט געמאלדן אז זיי האבן דערווייל אפּגעשטעלט די פּראצעדור פון באשטעטיגן פלאסמא אלס א באהאנדלונג פאר שטארק קראנקע קאראנא פּאציענטן. די באאמטע האבן געהאט געגעבן צייטווייליגע באשטעטיגונג צו נוצן די פלאסמא פון ערהוילטע קאראנא פּאציענטן פאר קראנקע פּאציענטן, און עס זענען געווען אסאך פעלער וואס ס'האט געראטעוועט לעבנס. אבער דאקטער פאוטשי און אנדערע באאמטע האבן אויסגעדרוקט קעגנערשאפט און געזאגטאז עס זענען דערווייל נישט פארהאן גענוג באווייזן אז עס העלפט טאקע היילן קאראנא.
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה