א פרישע באריכט צייגט אז כיזבאללא האט אין לויף פון די לעצטערע צייט באקומען ליפערונגען פון איראן פון די געפארפולע אמאניום נייטרעיט כעמיקאל וואס האט עקספּלאדירט אין לבנון עטליכע וואכן צוריק. כיזבאללא לייקנט סיי וועלכע באשולדיגונג אז זי האט געשפּילט א ראלע אין די אויפרייס ביים פּארט וואס האט אומגעברענגט מער ווי 160 מענטשן, אבער די פרישע אינפארמאציע צייגט אז כיזבאללא איז מעגליך יא שולדיג. א דייטשע צייטונג האט נאכגעברענגט פון מערב-וועלט שפּיאנאזש אגענטור קלארע באווייזן אז כיזבאללא האט פארמאגט א גרויסע קוואנטום פון די אמאניום נייטרעיט, וואס זי האט באקומען פון איראן.

כיזבאלא פאַרמאָגט אַמאָניום נייטרעיט
דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל