באריכטעט דורך דוב גליקמאן צו אידישע נייעס

ברוקלין - אן 11 יעריגע אידישע מיידל וועלכע איז נעכטן באריכטעט געווארן גע׳קידנעפט אין בענסאנהורסט, ניו יארק נאכ׳ן ווארטן ביי איר באס-סטאפ איז ברוך השם געפונען געווארן אין איר קידנעפערס היים.

ווי קוועלער געבן איבער, האט די מיידל - ווי יעדן טאג - געגאנגען צו די ווינקל פון איר גאס צו ווארטן אויף די באס וואס ברויך איר אפצונעמען צו איר דעי-קעמפ, אבער דאן האט אן נערווענס גערורטע פארשוין (ליידער א איד) צוגעקומען און מיט געוואלד אריינגעשלעפט די מיידל אין זיין היים.

די מאמע פונעם קינד, איז שנעל געוואר געווארן איבער די פאקט אז איר מיידל איז נאכנישט ערשינען אין איר דעי-קעמפ ווי געווענליך, און זיך גראד פארבינדן צו די בארא פארק שומרים וועלכע האט אריינגעמישט די לאקאלע פאליציי, ווי א מאסיווע זוך-אקציע איז געעפענט געווארן איבער די גאנצע געגנט. נאך א לאנגע צוויי שטונדן איז די מיידל געפונען געווארן וויינענדיג, נאכן זיין פארכאפט אין א דערבייאיגע אפארטמענט.

די מיידל איז דאן אפגעפירט געווארן צו א שפיטאל, ווי זי איז בחסדי השם באשטעטיגט געווארן געזונט און שטארק.

די פארכאפער איז ארעסטירט געווארן און איז גערישט צו ווערן אנגעקלאגט פאר קידנעפינג. אומבאשטעטיגטע באריכטן געבן איבער, אז די פאליציי טוט פארשן אויב אן אנדערע קידנעפינג וועלכע האט אויך פאסירט אויף די זעלבע גאס, איז פארבינדן מיט דער דאזיגער כוליגאן.

אידן! עס איז קיינמאל נישט צו ווייניג צו רעדן מיט די קינדער וויאזוי מען ברויך זיך דערווייטערן פון סיי וועלכע פרעמדע פארשוין, און קיינמאל נישט אריינצוגיין אין קיין שום הויז אן די רשות פון די עלטערן. יהי רצון שלא ישמע עוד.


אידיש מיידל געפונען געווארן נאכ׳ן ווערן גע׳קידנעפט!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל