פרעזידענט טראמפ האט דערקלערט, אז אויב איז נישט א געזונטהייט געפאר צו גיין פראטעסטירן אין די גאסן, איז אויך נישט א געפאר צו גיין שטימען אין די שטים בודקעס. דער פרעזידענט האט קאמענטירט איבער די אנגייענדיגע שטורעם ארום דעם וואס די דעמאקראטן ווילן מען זאל אויסברייטערן מעיל-אין שטימען און עבסענטי בעלאטס פאר אלע וויילער אין לאנד. טראמפ זאגט אז אויב איז די קאראנא וויירוס נישט א געפאר פאר די פראטעסטירער וואס האבן אנגעפולט די גאסן אין די לעצטערע וואכן, איז אויך נישט א געפאר אויב איינער וויל ארויסקומען וואוטן.


דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל