אן אמעריקאנער ארמיי באריכט זאגט, אז פילע פון די העקערס וואס די צפון קארעא רעזשים נוצט, געפונען זיך נישט אין צפון קארעא זעלבסט. די באריכט דעטאליזירט אז צפון קארעא פירט א פארגעשריטענע העקעריי סיסטעם, מיט אן ארמיי פון זעקס טויזנט העקערס און סייבער מלחמה ספּעציאליסטן. דער פענטאגאן זאגט אז אסאך העקערס פאר די רעזשים זענען סטאנציאנירט אין בעלארוס, כינע, אינדיע, מאלאזיע און רוסלאנד.
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה