איראן האט נעכטן ארויסגעשטעלט צוויי נייע מיסילס וואס זי זאגט אז די מיסילס קענען פליען פיל ווייטער ווי סיי וועלכע מיסיל וואס זי האט ביז יעצט ערצייגט. דער איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני האט דורכגעפירט א צערעמאניע אין טעהראן צו צייגן די מיסילס, זאגנדיג אז זיי קענען פליען 621 מייל ווייט, און זיי האבן דאס באוויזן צו אנטוויקלען אין ווייניגער ווי צוויי יאר. רוכאני האט געזאגט אז די נייע מיסילס וועלן הייסן "האזש קאסאם", אין עהרע פונעם איראנער גענעראל קאסאם סולימאני, וועמען אמעריקע האט אומגעברענגט אין יאנואר.

איראן ארויסגעשטעלט נייע מיסילס
דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל