דורך לוח הציבור
דער סענאט שפיאנאזש קאמיטע האט פארגאנגענע וואך ארויסגעגעבן זייער ענדגילטיגע און לעצטע באריכט פון זייער פארצויגענע אויספארשונג איבער די אישו פון "טראמפ" און ״רוסלאנד", און צווישן אנדערן איז דער קאמיטע געקומען צום אויספיר אז די עף-בי-איי איז באגאנגען ערנסטע מיסברויכן מיט'ן גלייבן פאלשע און לעכערליכע באשולדיגונגען קעגן דעם טראמפ קאמפיין.
די קאמיטע האט דורכגעפירט זייער אויספארשונג פאר די לעצטע דריי יאר, דורכקוקנדיג אומצאליגע באריכטן און דאקומענטן, און אויספרעגן הונדערטער עדות און פארמישטע. צווישן אנדערן האט די קאמיטע געהאט אינטערוויוס מיט מייקל קאהן, דזשעראד קושנער, דאנעלד טראמפ דזשוניאר, דזשאן פאדעסטא און אויך עטליכע סטעיט דעפארטמענט באאמטע. די ענדגילטיגע רעזולטאט איז א באריכט פון 990 זייטן, וואס סענאטארן מיטגלידער פון די קאמיטע פון ביידע פארטייען האבן צוזאמגעשטעלט.
א הויכפונקט פונעם לאנגן באריכט און וואס דער סענאט קאמיטע האט באוויזן קלארצושטעלן הונדערט פראצענט, איז דער פאקט אז די עף-בי-איי האט נישט געטאן זייער דזשאב ווי עס באדארף צו זיין אין לויף פונעם אויספארשונג אויפן טראמפ קאמפיין. ספעציפיש ווערט די עף-בי-איי אראפגעריסן פאר'ן גלייבן די פאלשע "סטיעל דאסיער" דאקומענט וואס האט געברענגט לעכערליכע באשולדיגונגען איבער טראמפ'ס נאנטשאפט מיט רוסלאנד.
דער סענאט באריכט דעטאליזירט אויך פארשידענע עפיזאדן און פערזענליכקייטן פונעם טראמפ קאמפיין, און זייערע קאנטאקטן מיט רוסלאנד. ספעציפיש באציהט זיך דער סענאט באריכט אויף פאול מענעפארט, וועלכער האט געדינט אלס טראמפ קאמפיין מענעדזשער פאר עטליכע מאנאטן, און אינעם באריכט שטייט אז מענעפארט האט שוין אין 2004 אנגעהויבן ארבעטן פאר'ן רוסישן ביליאנער אלעג דעריפאסקא און אנדערע רוסישע ביליאנערן אויף אן איינפלוס קאמפיין אין אמעריקע.
די סענאטארן האבן אויפגעדעקט אז מענעפארט האט אויפגענומען און געארבעט האנט ביי האנט מיט'ן רוסישן בירגער קאנסטאנטין קילימניק, וועמען די סענאט קאמיטע באצייכנט אלס א "רוסישער שפיאנאזש אפיציר", און קילימניק האט געדינט אלס פארמיטלער צווישן מענעפארט און דעריפאסקא. ביי עטליכע געלעגנהייטן האט מענעפארט איבערגעגעבן סענסיטיווע קאמפיין אינפארמאציע פון טראמפ פאר קילימניק, ער זאל עס איבערגעבן פאר דעריפאסקא.
אין נאך א וועג וויאזוי די גאנצע טראמפ-רוסלאנד שטורעם איז צוריקגעקומען בייסן די דעמאקראטן, איז דאס אז א געוועזענער עף-בי-איי לויער גרייט זיך צו דערקלערן שולדיג אויף קלאגעס, וואס זענען אפירגעקומען אלס טייל פון די ברייטע אויספארשונג וואס דער יוסטיץ דעפארטמענט האט אונטערגענומען צו דערגיין צי די אבאמא אדמיניסטראציע איז באגאנגען מיסברויכן ביים אויספארשן דעם טראמפ קאמפיין אין לויף פון די יאר 2016 וואל סעזאן.
דער געוועזענער עף-בי-איי לויער קעווין קליינסמיט וועט זיך דערקלערן שולדיג פאר'ן פעלשן א דאקומענט מיט'ן ציהל צו בארעכטיגן דאס שפיאנירן אויף א געוועזענעם טראמפ קאמפיין באאמטן, וואס די שפיאנאזש אויף יענעם געוועזענעם קאמפיין באאמטן איז געווען געצילט צו דערגיין צי ער האט עפעס קאנטאקטס מיט די רוסישע רעגירונג און רוסלאנד'ס שריט צו באאיינפלוסן די 2016 וואלן. די באשולדיגטע פעלשעריי וואס קליינסמיט איז באגאנגען איז פאקטיש שוין געווען אינמיטן 2017.
קליינסמיט'ס ערווארטעטע שולד דעקלעראציע איז די סאמע ערשטע קרימינאלע קעיס וואס ווערט געברענגט דורכ'ן פעדעראלן פראקוראר דזשאן דורהאם. אטוירני דזשענעראל וויליאם באר האט אויפגענומען דורהאם אנצופירן מיט'ן "אויספארשונג אויף די אויספארשער", צו דערגיין צי עס זענען געווען פאליטישע מאטיוון און לעגאלע פארלעצונגען מיט די אבאמא אדמיניסטראציע'ס אויספארשונג אויפן טראמפ קאמפיין.
די קלאגעס קעגן קליינסמיט האט צוטאן מיט דאס וואס די עף-בי-איי האט שפיאנירט אויף קארטער פעידזש, א געוועזענער טראמפ קאמפיין ראטגעבער מיט אסאך קאנטאקטס אין רוסלאנד. די עף-בי-איי האט אין אוגוסט 2016 באקומען אן אימעיל פון די סי-איי-עי, אין וועלכע עס איז געשטאנען אויסגערעכנט די פארשידענע געלעגנהייטן ווען פעידזש האט זיי געגעבן אינפארמאציע און זיי ארויסגעהאלפן מיט זאכן אין פארבינדונג מיט רוסלאנד.
דער אימעיל איז געקומען ווען די עף-בי-איי האט זיך געגרייט אריינצוגעבן אן אפליקאציע צום געהיימען "פייסא" געריכט וועלנדיג באקומען ערלויבעניש צו שפיאנירן אויף פעידזש. די עף-בי-איי האט אבער פארווישט דעטאלן פון די סי-איי-עי און דורכדעם האבן זיי באקומען ערלויבעניש צו שפיאנירן אויף פעידזש. ערשט אינמיטן יאר 17', ווען די עף-בי-איי האט געוואלט באנייען די פייסא ערלויבעניש צו שפיאנירן אויף פעידזש, איז קליינסמיט אריינגעקומען אינעם בילד.
קליינסמיט האט דאן איבערגעקוקט די סי-איי-עי אימעיל פון אוגוסט 2016, און האט געפעלשט עטליכע דעטאלן אינעם אימעיל, עס צו מאכן אויסזעהן ווי גלייך די סי-איי- עי האט געזאגט אז פעידזש איז נישט געווען א קוואל פון אינפארמאציע פאר זיי. קליינסמיט האט געשיקט פאר זיין סופערווייזער דעם געפעלשטן אימעיל, און אזוי איז פאראויסגעגאנגען און באנייט געווארן די פייסא אפליקאציע אז די עף-בי-איי זאל קענען ווייטער שפיאנירן אויף פעידזש.
די פאקטן איבער קליינסמיט'ס שווינדל און פעלשעריי זענען געווען ביז יעצט פארהוילן, און איז אויפגעדעקט געווארן דורכ'ן אויספארשונג וואס אטוירני דזשענעראל באר האט אונטערגענומען אינאיינעם מיט'ן פראקוראר דורהאם. דער אויפדעקונג און די ערווארטעטע שולד דעקלעראציע איבער די פעלשערייען, איז אן איבערצייגונג אז פרעזידענט טראמפ איז גערעכט געווען מיט די טענות אז די עף-בי-איי איז באגאנגען מיסברויכן מיט זייער אויספארשונג אויפן טראמפ קאמפיין.
הוסף רשומת תגובה