ניו יאָרק גאָווערנאָר ענדרו קאָומאָו האָט געזאָגט, אַז ער בעט רייכע ניו יאָרקער זיך צוריקצוקערן קיין ניו יאָרק סיטי, נאָכדעם וואָס זיי זענען אַנטלאָפן פון דאָרטן אין די לעצטערע חדשים.


קאָומאָו זאָגט אַז ער רעדט כמעט יעדן טאָג מיט מענטשן וועלכע פאַרברענגען אין די לעצטע חדשים אין די העמפטאָנס און אַנדערע רייכע געגנטער צוליב די קאָראָנאַ קריזיס, און ער בעט זיי צוריקצוקערן צו די סיטי. 


דער גאָווערנאָר זאָגט אַז ער זאָגט פאַר די רייכע זיי זאָלן צוריקקומען צו די סיטי, איינקויפן און אַרויסגיין אין רעסטוראַנטן, ווייל די סטעיט דאַרף קריטיש וויכטיג האָבן פרישע שטייער איינקונפט זיך צו קענען דעקן.


קאומאו בעט צוריקקומען צו סיטי

דורך לוח הציבור 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל