די קאנגרעס איבערזיכט קאמיטע האט איינגעלאדנט דעם נייעם פירער פון די פעדעראלע פּאסט אפיס, וואו ער וועט ווערן אויסגעפרעגט איבער זיינע נייע טוישונגען אין די אגענטור. די רעדע איז פון לואיס דעדזשוי, וועמען פּרעזידענט טראמפּ האט געשטעלט ַאלס נייער פּאסט-מעסטער דזשענעראל, און אונטער זיין פירערשאפט האבן זיך אנגעהויבן ערנסטע פארשפּעטיגונגען מיט די פּאסט. די דעמאקראטן אין קאנגרעס זאגן אז זיי ווילן הערן פון דעזשוי וואס זיינע פּלענער מיט די נייע פּאליסיס זענען, און וויאזוי ער וועט זיך אן עצה געבן אז פּאסט זאל נישט פארשפּעטיגט ווערן.

קאנגרעס וויל פּאָסט אָפיס פאַרהער

דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל