קאליפארניע גאווערנאר געווין ניוסאם האט פארשפּראכן, אז די סטעיט נוצט יעדע מעגליכקייט צו ברענגען די  וואלדפייערן אונטער קאנטראל, נאכדעם וואס מער ווי איין מיליאן עיקערס האבן שוין אפּגעברענט. גאווארנאר ניוסאם זאגט אז ביז אהער האבן שוין אפּגעברענט היי יאר נאנט צו איינס און אהאלב מיליאן עיקערס, אין פארגלייך צו פאראיאר אזא צייט ווען עס זענען נאר געווען אפּגעברענט 56 טויזנט עיקערס. דער גאווערנאר זאגט אויך אז אלעס אינאיינעם ברענען יעצט 624 וואלדפייערס איבער די גאנצע סטעיט, און זיבעצן דערפון ווערן באטראכט אלס גאר ערנסטע פייערס.

קאליפארניע וואלדפייערן ברענט אפ איבער מיליאן אקער-לאנד
דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל