מער ווי הונדערט נעשאנעל גארד זעלנער פון וויסקאנסין זענען ערווארטעט געווען נעכטן נאכט אנצוקומען קיין קענאושע, וואו זיי וועלן פּרובירן צו האלטן ארדענונג אויף די גאסן. די נעשאנעל גארד זענען פארארדענט געווארן דורכ'ן וויסקאנסין גאווערנאר טאוני עווערס, נאכדעם וואס די סיטואציע אין קענאושע איז ארויס פון קאנטראל זונטאג נאכט. די פּראטעסטירער זאגן אז היינט נאכט וועלן זיי איבערשפּילן דאס פון נעכטן נאכט, צו פּראטעסטירן און ראיאטירן קעגן די פּאליציי'ס פרישע שיסעריי אויפ׳ן שווארצן מאן דזשעיקאב בלעיק.

נעשאנעל גארד אין וויסקאנסין
דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל