דער טראמפּ קאמפּיין האט ארויסגעגעבן די פּונקטליכע ליסטע און סקעדזשול פון אלע פיגורן וואס וועלן געבן רעדעס און אויפטריטן ביים קאנווענשאן. דער רעפּובליקאנער קאנווענשאן וועט זיך ָאנהייבן היינט נאכט, און צווישן די ערשטע רעדעס מאנטאג וועט מען הערן פון סענאטאר טים סקאט, קאנגרעסמאן מעט גאעטז, קאנגרעסמאן דזשים דזשארדען און געוועזענע יו-ען אמבאסאדאר ניקי העילי. דינסטאג וועט רעבעצין טראמפּ רעדן, און אויך וועט מען הערן רעדעס פון סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פּאמפּעיא. מיטוואך וועט וויצע פּרעזידענט פענס רעדן, און דאנערשטאג נאכט וועט טראמפּ געבן זיין רעדע.

רעפובליקאנער קאנווענשאן היינט נאכט
דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל