דער יאפאנעזער פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, שוין צום צווייטן מאל די וואך. אבעי איז שוין נישט געזען געווארן אין פובליק עטליכע וואכן, פירנדיג צו ערנסטע שפעקולאציעס איבער זיין צושטאנד און אז ער איז מעגליך שוין אויפן טויטן בעט. אבעי איז 65 יאר, און ער האט פרובירט צו בארואיגן די זארגן נאך זיין יעצטיגן וויזיט אין שפיטאל, זאגנדיג אז ער איז בלויז געגאנגען רעדן צו דאקטוירים און הערן רעזאלטס פון טעסטס וואס ער האט גענומען פאריגע וואך.
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה