ניו יארק - איינס פון די שטארקע מעלות (פאר א טייל איז די צוגעוואוינונג גאר א חסרון...) פון די קאראנעווירוס איז די מאסיווע חלוקות. יעדע אידישע מוסד פארטיילט הויפענעס מיט עסן, אזש רוב פאמיליעס האבן נאכנישט געזעהן אזעלכע קוואנטומס פון עסן אין זייערע צייטן...

די מחמירים, האבן פולע ליסטעס פון יעדע מוסד ווי מען קען קומען אפנעמען דעם היינטיגן טאג א קעסטל מיט עסן. דאן הייבט זיך אן די שיקעריי, מען שיקט צום שוואגער, פעטער, מאמע, ברידער וכו'. אבער אלעס קומט למעשה אן צוריק צום חדר ווי מען שיקט אפ דאס יונגל נעבעך מיט 15 באטלעך מילך, אז ער זאל דאס פארטיילן צווישן די איבריגע קינדער. מי כעמך ישראל!

פאלגענד האט איר בילדער פון די הייעך אויף די מאסיווע חלוקה בעפאר שב"ק אין קרית יואל. ברוך השם מען האט שוין געטוישט די "חלוקה הויפטקווארטיר" צו די בית רחל (בנין גאלדבערגער) געביידע, אז עס זאל זיין גענוג פלאץ פאר די הונדערטער אויטאס זיך צו קענען צוטיילן אין עטליכע ליניעס.







קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל