וואשינגטאן - א באקאנטער אמעריקאנער מוזיק רעפּפּער קאניע וועסט, א שטארק נאנטע פריינט פון פרעזידענט טראמפ האט היינט געלאזט הערן אז ער פלאנירט צו לויפן פאר פרעזידענט אין די קומענדיגע נאוועמבער וואלן אקעגן טראמפ און פארגאנגענע וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען!

פאלגענד האט איר די מעסעדזש פון קאניע וועסט אויף די טוויטער פלאטפארמע איבערגעזעצט צו די אידישע שפראך:
"מיר מוזן איצט פארשטיין די צוזאג פון אמעריקע צו גלייבן אינעם באשעפער צו פאראייניגן אונזער בליק און צו בויען אונזער צוקונפט. איך לויף פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן!

וועסט, א נאנטע פריינט צו פרעזידענט טראמפ

עס איז נאכנישט געווארן פעסטגעשטעלט צו וועסט מיינט ערנסט זיין טוויט און ער פלאנירט זיך טאקע אריין צו ווארפן אינעם 2020 פרעזידענט פארמעסט, בלויז פיר מאנאטן איידער די אפיציעלע עלעקשאן-טאג, און צי ער האט זיך שוין אפיציעל רעגיסטרירט צו קענען לויפן.

די באקאנטע יונגע ביליאנער און פירער פון פולע סוקסעספולע פירמעס "עלאן מאסק", האט צוגעשריבן צו קאניע וועסט'ס מעסעדזש "דו האסט מיין פולע שטיצע".

קאניע וועסט'ס טוויט, מיט די מעסעדזש פון עלאן מאסק


באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל