פון הרב אלחנן פופקו

דער נומערן זענען אריין געקומען. די מתים פון די מגיפה פון קאראנע אין ניו יארק אליין זענען מער ווי צווי טויזענט. אידישע קהילות ארום די וועלט האבן געכאפט א מכה לאין שיעור. אין ענגלאנד די שיעור פון אידן וואס האבען רחמנא ליצלן געשטארבט פון די מגיפה איז צווי מאל (!) די שיעור פון מתים אין גויאישע קהילות. דער מצב אין פראנקרייך איז נישט אזוי אנדערש, די שיעור פון אידישע מתים איז הויך לאין שיעור. דער זאג אז אידישע בלוט הייסט נישט קיין הפקר איז נישט קיין זאג נאר אז מען רעט וועגן אנטיסעמיטע שונאים, דאס דארף זיין אונזער מהלך דורך אונזערע גאנצע געמיינשפט. לאזן אידן שטארבן קרבנות אהן א שיעור ואין פוצה פה ומצפצף איז א חטא וואס מיר קענען נישט לאזן אין אונזער דור. קל וחומר אז אסאך פון די קרבנות זענען פון אונזער טייערסטע אידן: שארית הפליטה פון פאר'ן קריג, אדמור"ים, ראשי ישיבות, אונזער באבעס און זיידעס. איצט איז דער צייט פאר א חשבון הנפש און א קבלה על העתיד. ווער קען קוקן היינט מיט קלות דעת אף די גרויסע מכה וואס מיר האבן געקראגן? ווען קען שטיין קעגן דער רבונו של עולם און זאגן מיט קלארקייט: "ידינו לא שפכו את הדם הזה ועינינו לא ראו"?

אז די וועלט מאכט א מלחמה קעגן די מגיפה פון קאראנע דארפט מען פארשטיין אז דאס איז א מגיפה וואס מען קען נישט מנצח זיין אליין, מען דארפט צוזאם קומען בכדי אז מען זאל טאקע מכריע דער מגיפה. וויבאלד אז די מגיפה מאכט א קריג בפרט קעגן אונזער עלטרן דארף מען פארשטיין אז אונזער ערשטע חיוב דארפט זיין מגן זיין אויף אונזער עלטערן.

איך געדענק קלאר ווי אזוי האב איך געקוקט די פורים מיט א גרויסע פחד און שרעק וויאזוי יונגע בחורים האבן אריימגעגאנגען בהמוניהם טרעפן זיך מיט עלטערן אפילו אז דער עולם האט געוואוסט אז א סכנה קומט באלד. איך געדענק מיט עצבות די בחורים וואס האבן מוחה און מורד זיין קעגן מפסיק זיין גרויסע מניינים און חתונות אפילו אז מיר האבן שוין געוואוסט אז איז דא טאקע א סכנה פארן אונזער עלטרן.

שטילערהייט, איין נאך דעם צוויטע, האבן אונזערע זקנים 'עיני העדה' קראנק געווארן און געשטארבט. איך געדענק ווי אזוי מיינ אייגענע משפחה, אויך פון די טשערנאביל-מאקאריבע חצר, הגאון רבי יעקב פערלע זצ"ל איז נפטר געווארן פון די קאראנע אהן קיין א לויה און הספדים וויאזוי עס דארף צו זיין. מען קען נישט לאזן אזא זאך טרעפן נאך א מאל. איך זאג קלאר אז מיר האבן געדארפט טאן מער פאר אונזערע עלטרן.

איך ווייס קלאר אז כאטש— און אפשר טעקע וויבאלד—  איך בין א יונגערע, אז עס קומט די יום כיפור איך אליין וועט קלאפן מיט גרעסערע כוונה ''על חטא שחטאנו לפניך בשפיכת דמים''. זיכער דארפן מיר אלע קלאפן שטארק אז מען זאגט ''על חטא שחטאנו לפניך בזלזול הורים ומורים''. היינט נישטא קיין ספק אז מיר האבן געדערפט טאהן מער פאר אונזער עלטערן.

איינער פון דער סיבות אז די מגיפה האט מכה געווען אזוי שווער אין אונזער קהילות איז ווייל יעדער איינער איז געווען א חכם לעצמו און מורה היתר להקל. דער האט געווסט אז נעמען וויטאמין סי. קען אפהאלטן דער מחלה, דער אנדערע האט געהערט אז דער מגיפה איז נישט חל אין א דאנערשטטאג ואס איז חל בראש חודש, יעדער איינער מיט זיין תרוץ. מיר האבן געדערפט געבען אסאך מער אכטונג און זיין נזהר א סאך מער, נישט מיקל זיין אף יענמ'ס לעבען חשבון.

איך אליין בין נישט א דאקטאר און איין זאך קען איך זאגן פאר זיכער—דער מגיפה איז נאך דא. אסאך האבן געשטארבן, אבער אסאך מער קען אויך רחמנא ליצלן. קיינער האט נישט קיין זכות באשטעלן א דעה אויף דעם להקל חוץ פון די מומחים און זיי זאגן קלאר אז עס קומט אלול און דעם ווינטער, דער מגיפה קען זיין אסאך שלעכטער. לאמער נישט מאכן קיין תירוצים. לאמיר געדענקן אז אונזערע עלטערן זענען אונזער טייערסטע אוצר, ''שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך''. אויב רחמנא ליצלן וועט קומן א צוויטע שוואונג פון קאראנע און הרג'עט מער פון אונזרע זקנים וועט נישט זיין קיין מחילה פאר זיי וואס האט נישט שומר די כללים לעד ולעולם. קיינער וועט נישט קענען זאגן אז ער איז א שוגג און דער ציבור וועט נישט קענען זאגן ''ידינו לא שפכו את הדם הזה ועינינו לא ראו, כפר נא לעמך''. הלוואי אז מיר וועלן זוכה טאקע שומר זיין אף אלע אידן און מתברך גיווארן מיט דער ברכה פון ''עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו''.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל