עקסקולוסיוו צו אידישע נעטווארק מוזיק אפטיילונג: הבדחן שלמה יעקב וועבער וועלכע איז שטארק באוויסט מיט זיינע טאלאנטן איבערצונעמען מענטשנ'ס אינערליכע געפיהלן, ערשיינט מיט א הערליכע ליד מיט דער נאמען "מושי'ס תנועה", א ליד וועלכע ווערט ארויסגעגעבן לעילו נשמת הבחור משה יוסט ע"ה וועלכע איז טראגיש אומגעקומען דורך אן עקסידענט אין אריזאנע עטליכע מאנטאן צוריק.

די פאלגענדע ליד איז טיילוויז פארפאסט געווארן דורך מושי ע"ה אבער געברענגט געווארן צו א הארצליכע רעאליטעט דורך שלמה יעקב וועבער מיט ילד הפלא שלומי לעווי.


פאלגענד האט איר די גראמען פון "מושי'ס תנועה".


טאטע איך מאך אויף מיין האנד אין איך בעט צי דיך פותח את ידיך ומשביע לכל חי. טאטע איך מאך אויף מיין האנד אין איך בעט צי דיך פותח את ידיך ומשביע לכל חי!

טאטע איך מאך אויף מיין הארץ, און איך זינג צו דיר, נישט אליין איך זינג, נאר מיין נשמה הקדושה.
טאטע איך מאך אויף מיין הארץ, און איך מאך א ניגון פאר דיר, ווען כ'האב נאכנישט געוויסט אז מוועט זאגן עליו השלם משה.

(אוי) טאטע איך מאך אויף מיין הארץ און איך מאך א ניגון פאר דיר, פאר איך גיי פון די וועלט און איך גיי מיך שיידן.

טאטע איך מאך אויף מיין הארץ און איך זינג צו דיר, ווער האט געגלייבט אז איך וועל עס שוין זינגען אין גן עדן.

טאטע איך מאך אויף מיין הארץ און איך זינג צו דיר, פותח את ידיך מיט א העכערע פארשטאנד.
טאטע איך מאך אויף מיין הארץ און איך זינג צו דיר, פותח את ידיך ווען אויבן איך ליג שוין אין דיין האנד.

טאטע איך מאך אויף מיין הארץ און איך בעט צו דיר, איך האב דאך יא צוגעזעהן דעם עולם השפל.

טאטע איך מאך אויף מיין הארץ און איך בעט צו דיר, לייז שוין אויס מיינע ברידער פון דעם חושך וערפל.טאטע איך מאך אויף מיין האנד אין איך בעט צי דיך.
 
שלמה יעקב וועבער ביים אויסגעבן זיינע טיפע טאלאנטן אינעם ליד

ביים זיך דורכרעדן מיט די פירער פון דאבעל-עם סטודיאו

ילד הפלא שלומי לעווי צייגט זיינע קענטענישן








קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל