מיסיסיפי'ס סטעיט סענאַט האָט געשטימט אַז מען זאָל בטל מאַכן די סטעיט'ס פאָן וויבאַלד עס פאַרמאָגט אויף זיך די סימבאָל פון די קאָנפעדערעיט שטאַטן. די סטעיט סענאַט אָפשטימונג קומט נאָכדעם וואָס די סטעיט לעגיסלאַטור האָט געשטימט אויפן זעלבן ביל נעכטן אינדערפרי, און עס קומט אין א צייט וואָס אַמעריקאַנער בירגער ווילן פטור ווערן פון די אַלע קאָנפעדערעיט סימבאָלן. די ביל צו טוישן דעם סטעיט פאָן וועט יעצט אַריבערגיין צום טישל פונעם רעפובליקאַנער גאָווערנאָר טעיט ריעווס, וועלכער האָט געמאָלדן אַז ער וועט עס אונטערשרייבן.
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה