די מדינת ישראל רעגירונג האט געגעבן באשטעטיגונג פאר די געזונטהייט מיניסטעריום, צו נוצן שפיאנאזש טרעקינג טעכנאלאגיע צו העלפן באקעמפן די קאראנא פארשפרייטונג. אין די לעצטע 24 שעה זענען צוגעקומען פרישע 420 קעיסעס פון קאראנא וויירוס אין מדינת ישראל, וואס איז א קלארע צייכן אז די וויירוס פארשפרייט זיך ווייטער אומקאנטראלירט. ביז יעצט האט די רעגירונג נישט געוואלט נוצן די טרעקינג טעכנאלאגיע, צוליב קריטיק אז עס פארלעצט פרייוועסי רעכטן, אבער יעצט וועט מען עס אנהייבן נוצן, צו קענען האלטן א חשבון וואו אן אינפעקטירטער האט זיך געדרייט.
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה