א פעדעראלע אפיעלס קאורט האט פארארדענט פאר א ריכטער, ארויסצואווארפן די גאנצע קעיס קעגן מייקל פלין, פרעזידענט טראמפ'ס געוועזענער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער. די יוסטיץ דעפארטמענט האט געהאט אריינגעגעבן א פארלאנג אפאר וואכן צוריק, אז די גאנצע קעיס קעגן פלין זאל ווערן ארויסגעווארפן, אבער א ריכטער האט עס ביז יעצט בלאקירט. יעצט האט א פאנעל פון דריי פעדעראלע אפיעלס קאורט ריכטער געאורטיילט, אז דער ריכטער מוז פאלגן דעם יוסטיץ דעפארטמענט און ארויסווארפן דעם קעיס קעגן פלין.
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה