דורך יונה פויגל
צום וויפילטן מאל האט טוויטער נעכטן באצייכנט פרעזידענט טראמפ'ס א טוויט אלס 'פרעדיגן ווילדקייט', און קאנסערוואטיוון זוכן צו אפלאזן טוויטער.
די געשיכטע האט זיך נישט אנגעהויבן יעצט, נאר עטליכע וואכן צוריק ווען טוויטער האט צום ערשטן מאל באצייכענט א טוויט פון פרעזידענט טראמפ אלס פאלשע אינפארמאציע. זינט דאן האט זיך דאס שוין איבערגע'חזר'ט עטליכע מאל, און נעכטן האט זיך דאס ווידער איבערגעשפילט.
דאס מאל איז צענזורירט געווארן א טוויט וועלכע האט געווארנט ראדיקאל לינקע גרופעס אין וואשינגטאן די. סי. נישט צו פרובירן צו פארכאפן אן אויטאנאמישן שטח, א זאך וואס האט שוין פאסירט אין סיאטעל, וואשינגטאן, ווי עס איז באריכטעט געווארן דא אויף אידישע נייעס. ווי געזאגט איז דאס טוויט באצייכנט געווארן אלס ווילד, כאטש עס איז נישט אראפגענומען געווארן. די כסדר'דיגע צענזורירונג אויפן פרעזידענט'ס טוויטס און אזוי אויך אנדערע רעכט נויגנדע פיגורן, ברענגט אויף גרויס צארן ביי קאנסערוואטיוון, וועלכע טענה'נען אז דאס איז א פארלעצונג פונעם ערשטן אמענדמענט, און פונקט אזויווי ווערייזאן האקט נישט אפ קיין טעלעפאן קאלס נישט קיין חילוק וואס ס'ווערט גערעדט, האט טוויטער אויך נישט וואס אריינצורעדן אין וואס פריוואטע מענטשן שרייבן.
אדוואקאטן זאגן אבער אז ס'איז נישט עכט דא א וועג זיך אן עצה צו געבן מיט דעם פראבלעם אויפן לעגאלן אופן. די איינציגסטע אפציע פאר קאנסערוואטיוון איז געבליבן צו איבערלאזן טוויטער און זוכן אן אלטערנאטיוו, א זאך וואס איז שנעל געפונען געווארן אין א נייעם אפליקאציע וואס רופט זיך "פארלער".
פארלער איז א סאציאלע מידיא פלאטפארמע מיט שטארקע ענליכקייטן צו טוויטער, און איינע פון אירע ערשטע צוזאגונגען איז פרייהייט פון ווארט. אסאך קאנסערוואטיוון האבן שוין טאקע געעפנט אקאונטס אויף פארלער, אריינגערעכענט סענאטאר רענד פאול, דאן באנגינא, טיעם טראמפ, און עטליכע פון טראמפ'ס קינדער. קאנסערוואטיוון אפעלירן יעצט צום פרעזידענט צו אריבערגיין צו פארלער אינגאנצן און מיטשלעפן זיינע אכציג מיליאן נאכפאלגער.
אין אנדערע נייעס, האט עפל בלאקירט פארלער פון זייער עפפ סטאר, און נאר נאכדעם וואס דאנעלד טראמפ דזשוניאר האט געטוויט דערוועגן האבן זיי דאס צוריקגעלייגט.

פרעזידענט טראמפ'ס טוויט וועלכע האט אויפגעהויבן די אויגן-ברעמען פון די קאנסערוואטיוון
הוסף רשומת תגובה