די כינעזער רעגירונג האָט געשטעלט נאָנט צו א האַלב מיליאָן פון אירע בירגער אונטער לאַקדאַון, נאָכדעם וואָס דער קאָראָנאַ וויירוס אַרום דעם הויפטשטאָט בעיזשינג פאַרשפרייט זיך ווייטער. כינע האָט שוין געהאַט דעם וויירוס אונטער קאָנטראָל, נאָר אין די לעצטע צוויי וואָכן זענען צוגעקומען הונדערטער נייע פעלער אין בעיזשינג און אין די דערנעבנדיגע העבעי פראָווינץ. יעצט זאָגן די כינעזער אויטאָריטעטן אַז צוליב די פרישע קעיסעס, וועלן אַלע איינוואוינער אין די ענשין קאַונטי, 90 מייל ווייט פון בעיזשינג, זיין אינגאַנצן איינגעשפאַרט אין די הייזער.
דורך לוח הציבור
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה