אויטאריטעטן אין יוטא זאגן, אז פייערווארקס האט אונטערגעצינדן א מאסיווע וואלדפייער וואס האט געצווינגען איינוואוינער צו עוואקואירן זייערע הייזער. דער פייער האט אויסגעבראכן מוצאי שבת ביינאכט אין די טרעווערס בערג אין לעהי, יוטא, און האבן זיך שנעל פארשפרייט נאנט צו א באוואוינטע געגנט, צוליב ווינטן אינעם ראיאן. דער פייער האט שוין פארברענט מער ווי דריי הונדערט עיקערס, און דרייסיג הייזער זענען עוואקואירט געווארן, און פייערלעשער ארבעטן צו ברענגען דעם וואלדפייער אונטער קאנטראל.

יוטא וואלדפייער פלאקערט שטארק



דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל