די וועלט געזונטהייט אָרגאַניזאַציע (WHO), האָט זונטאָג באַריכטעט מער ווי 183,000 פרישע קעיסעס פון קאָראָנאַוויירוס אין די לעצטע 24 שעה איבער דער וועלט. די ציפער באַדייט די סאַמע גרעסטע צוגעקומענע צאָל קעיסעס פאַר איין טאָג זייט די מגיפה האָט זיך אָנגעהויבן, און די מערסטע פרישע קעיסעס זענען אין אַמעריקע, וואו עס זענען צוגעקומען פרישע 116,041 פרישע קעיסעס. אַלעס אינאיינעם האָט דערווייל די וועלט געזונטהייט אָרגאַניזאַציע באַריכטעט פון אָנהייב מגיפה ביז יעצט א סך הכל פון 8,708,008 קעיסעס איבער דער וועלט, און 715,461 טויטפעלער איבער דער וועלט.


פון לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל