צפון קארעא האט געזאגט, אז זיי וועלן אנהייבן אריינשיקן אייגענע פראפעגאנדע ליפלעטן קיין דרום קארעא, זאגנדיג אז זי איז מער נישט געבינדן צו קיין שום אפמאך מיט דרום קארעא. די אנגעצויגנקייט האט זיך געשאפן אפאר וואכן צוריק, ווען צפון קארעא האט אנגעהויבן ברויזן אויף דעם וואס דרום אקטיוויסטן שיקן אריין פרא-דעמאקראטיע ליפלעטן קיין צפון קארעא. יעצט זאגט צפון קארעא אז זי וועט אליינס אנהייבן שיקן ליפלעטן אריבער דעם גרעניץ אריין קיין דרום קארעא, מיט פראפעגאנדע מעסעדזשעס קעגן די דרום קארעא רעגירונג.

צפון קארעא וועט שיקן פראפעגאנדע



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל