א גרופע קאָנסערוואַטיווע אַקטיוויסטן האָבן געשיקט א בריוו צו פרעזידענט טראָמפ און צום סענאַט פירער מיטש מעקאַנעל, אויסצודרוקן זאָרג איבער צופיל רעגירונג שפענדונג. אינעם בריוו שרייבן די קאָנסערוואַטיווע אַקטיוויסטן און פאָליטישאָנס, אַז אונטער טראָמפ'ס פרעזידענטשאַפט האָט די פעדעראַלע רעגירונג אויסגעברייטערט שפענדונג און עס איז צייט אויפצוהערן. זיי זאָגן אַז מען האַלט נאָנט צו א צען טריליאָן דאָלער פעדעראַלע בודזשעט צוליב די שפענדונג אַרום קאראנעווירוס, וואָס באַדייט אַז אמעריקע האָט שוין היי-יאר געשפענדט מער ווי עס האָט אפגע'קאָסט פאַר אַמעריקע ביידע וועלט קריגן און די בירגער קריג אינאיינעם.



דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל