נאָך לאַנגע וואָכן צעגערנישן און דראַמאַטישע אַנטוויקלונגען אַרום די פּאַרקס און שפיל פלעצער אין היימישע געגנטער אין ברוקלין, האָט מעיאָר דעבלאַזיאָ נעכטן געזאָגט אַז ער וועט ערלויבן די פאַרקס צו ווערן אינגאַנצן געעפנט קומענדיגן מאָנטאָג. דעבלאַזיאָ האָט זיך ביז יעצט גע'עקשנ'ט איבער די ּפאַרקס, אָבער קומענדיג אונטער שטאַרק דרוק האָט ער זיך געבראָכן. עס איז אָבער אַנטשטאַנען א צעמישעניש וויבאַלד גאָווערנאָר קאָומאָו האָט געזאָגט אַז ער איז נישט זיכער אַז ניו יאָרק סיטי וועט טאַקע קענען אַריין אין צווייטע ווידערעפענונג פאַזע מאָנטאָג, און ס'נישט קלאָר צי די פאַרקס וועלן וועגן דעם בלייבן פאַרשפאַרט.



דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל