אין א שטאַרקע אַנטוויקלונג, האָבן צענדליגער חרדי'שע זומער קעמפּס זיך צוזאַמגעשטעלט און אינאיינעם אַריינגעגעבן א ברייטע קלאַגע קעגן גאָווערנער קאָומאָו און די ניו יאָרק סטעיט רעגירונג, איבער די באַשלוס אַז די קעמפס וועלן היי יאָר נישט זיין אָפן. דעם גאָווערנאָר'ס באַשלוס פאָריגע וואָך האָט יעדן אַנטוישט, און אַצינד נעמען די קעמפס שריט דורכ'ן געריכט צו האָפנטליך צווינגען דעם גאָווערנאָר יאָ צו עפענען. ר' ירוחם סילווער הי"ו פון אגודת ישראל דארה"ב זאָגט אַז די קלאַגע איז באַזירט אויפן פאַקט אַז מיט'ן שטערן די קעמפס פון עפענען, טוט דער גאָווערנער פאַרלעצן די רעליגיע רעכטן פון ניו יאָרקער אידן.



דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל