דורך: לוח היום
מאסקעווע – די רוסישע געזונטהייט מיניסטעריום האט באשטעטיגט אן עקזיסטירנדע פלו מעדיצין אלס א דראג צו באהאנדלען קאראנאווירוס, נאכדעם וואס באאמטע האבן געזאגט אז ערשטע רונדעס טעסטס האבן געצייגט אז שפיטאליזירטע פּאציענטן מיט קאראנאווירוס האבן זיך שנעלער ערהוילט אויב זיי האבן גענומען דעם מעדיצין. די רעדע איז פון "פאוויפיראוויר", און מיט'ן באשטעטיגט ווערן דורך רוסלאנד אלס קאראנא טריעטמענט, איז עס פון די סאמע ערשטע איבער דער וועלט אנצוקומען צו דעם שטאפּל. אין אמעריקע שטודירט מען נאך דעם פאוויפיראוויר מעדיצין.
הוסף רשומת תגובה