דורך: לוח היום

וואשינגטאן – פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ האט נעכטן געזאגט אז ער וויל אפשיבן די יערליכע "דזשי-7" סאמיט וואס ס'איז היי יאר געסקעדזשועלט אז אמעריקע זאל דינען אלס גאסטגעבער, אז עס זאל ערשט פארקומען אין סעפּטעמבער. אריגינעל האט עס געדארפט זיין אין יוני, אבער צוליב וואס מ'קען עס נאר דורכפירן ווירטואל צוליב די קאראנעוויירוס, וויל עס טראמפּ אפשיבן ביז מ'וועט עס שוין קענען דורכפירן געהעריג אנע צוימונגען. טראמפּ וויל אויך צולייגן רוסלאנד, אויסטראליע, דרום קארעא און אינדיע צום סאמיט.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל