הנהלת מחנה רב טוב זעהנדיג די שלעכטע לאגע איבער די מעגליכקייט פון קענען עפענען היי-יאר די קעמפס אין די קעטסקילס, האבן זיך ארויס געלאזט זוכן אין אנדערע שטאטן וואו עס איז שוין לעגאל צו עפענען קעמפס, און מיט גרויס סייעתא דשמיא געטראפן א גאר הערליכע קאמפלעקס פון גענוג געביידעס צו קענען אקאמאדירן די 1000'ער צאן קדשים בליעה"ר. די נייע קאמפלעקס קומט שוין מיט אלע סארטן זאכן וואס פעלט זיך אויס פאר א אידישע קעמפ, ווי קלאסן פאר חדרים, גרויסע קאך, גרויסע זאלן, ריזיגע פרייע פעלדע אא"וו.

ווי די הנהלה זאגט, האפט מען נאך אלץ אז מען זאל קענען גיין געהעריג אין קעמפ אין די קעטסקילס, אבער מען מוז מאכן גרייט א בעקאָופּ פלאן.

די הנהלה איז אראפ געפארן די וואך מיט די מנהלים צו באטראכטן דאס נייע פלאץ, און ווי איינע פון די אנוועזענדע האט זיך אויסגעדרוקט "איז ווער עס איז דארט געווען איז ארויס פון התפעלות ווי שיין די קאמפלעקס איז צוגעפאסט.


די הנהלת מחנה רב טוב ביים ערשיינען צום קאמפלעקס




די ריזן קאך


די פרייע פעלד, די קלאסן און די אקטיוועטיס רום




בילדער געשיקט צו אידישע הויפן (וועב | טעלעגראם | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל