נאך א מעסעדזש וועלכע איז היינט ארומגעפארן איבער סאציאלע מידיא איבער א פראטעסט דורך קינדער צו עפענען די פּאַרקס און די קעמפס, וועלכע פילע האבן דאס געליינט מיט א שמייכל... האבן זיך צענדליגע קינדער ארויסגעלאזט אויף די פארנומענע וויליאמסבורג'ע גאסן און פראטעסטירט און בלאקירט מיט זייערע ביציקלעך די גאסן אויסשרייענדיג דערביי מיט א געבעט צו גאווערנער קאומא "מיר דארפן קעמפ! מיר דארפן אונזערע פּאַרקס!"

די קינדער האבן אראפ מארשירט לענגאויס בעדפארד עוועניו און ראדלידזש סטריט מיט די הילף פון די לאקאלע פאליציי דעפארטמענט וועלכע איז געווען אנוועזענד אויפ'ן סצענע.

פילע היימישע עסקנים ובראש ניו יארק'ער אסעמבלימאן שמחה אייכענשטיין טוען אריינלייגן געוואלדיגע כוחות צו פועל'ן ביי די גאווערנער אז מען זאל עפענען היי-יאר די קעמפס.


די מעסעדזש וועלכע האט זיך געליינט היינט מיט א שמייכל

די קינדער צולאזן זיך איבער די פארנומענע גאסן




באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל