קאָנגרעסמאן דזשערי נאדלער זאָגט, אַז קאָנגרעס גייט שיקן א פרישע סובפינע צו אַטוירני דזשענעראַל וויליאַם באַר, צו רעדן איבער די אויפזאָגונג פון פראַסעקיוטער דזשעפרי בערמאן. בערמאן איז ארויסגעצווינגען געוואָרן פון אַמט פאַרגאַנגענעם שבת, נאָך א פובליק געפעכט צווישן אים און אַטוירני דזשענעראַל באַר, איבער א מעלדונג אַז טראָמפ האָט אים געפייערט. נאדלער זאָגט אַז מען האַלט אינמיטן דעם פראָצעדור פון אַרויסשיקן אַזאַ סובפינע פאַר אַטוירני דזשענעראַל באַר, אַז ער זאָל קומען צו קאָנגרעס אויפטרעטן וועגן דעם קומענדיגן יולי 2.
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה