אמעריקאנער און רוסישע דיפלאמאטן האבן אנגעהויבן לאנג-ערווארטעטע געשפרעכן איבער די אישו פון נוקלארע וואפנס קאנטראל, אין א צייט וואס די טראמפ אדמיניסטראציע שטופט פאראויס אן אמביציעזע נייע אפמאך וואס זאל געשלאסן ווערן צווישן די צוויי וועלט'ס גרויסמאכטן איידער דער ביז יעצטיגער "סטארט" אפמאך וועט אפלויפן קומענדיגן פעברואר. מארשאל בילינגסליע, דער העכסטער אמעריקאנער דיפלאמאט איבער די אישו פון וואפנס קאנטראל, האט אין א מעסעדזש מאנטאג אווענט געשריבן אז זיין לאנג פארצויגענע זיצונג מיט'ן רוסישן דעפיוטי אויסערן מיניסטער סערגעי רייבאקאוו איז געווען קאנסטרוקטיוו.

אמעריקע און רוסלאנד געשפרעכן



דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל