פרעזידענט טראמפ האט זיך באקלאגט איבער דעם וואס נאנט צו דרייסיג סטעיטס זוכן אויסצוברייטערן די אפציע פאר וויילער אפצוגעבן זייערע שטימען דורך די פאסט. דער פרעזידענט זאגט אז צוליב די פארמערטע שטימען וואס וועלן אריינקומען דורך די פאסט, וועט די נאוועמבער וואלן זיין די "מערסט געפעלשטע וואלן אין אמעריקע'ס היסטאריע". דער פרעזידענט שרייט שוין לאנגע מאנאטן אז דאס אויסברייטערן די אפציע פון שטימען דורך די פאסט, צוליב די געזונטהייט זארגן אז אראפקומען אליינס צו די שטים פלעצער איז א ריזיקע פון א פרישע פארשפרייטונג פון קאראנא וויירוס, וועט פירן צו מאסיווע וואל שווינדלערייען.

טראמפ זארגט איבער וואל שווינדל



דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל