ניו דזשערסי גאָווערנאָר פיל מורפי האָט געמאָלדן פאַרשידענע פרישע שריט אין די ווידערעפענונג פון די סטעיט, נאָכדעם וואָס עס זענען אַריבער נאָך עטליכע טעג מיט ווייניג קעיסעס. אונטער די נייע פאַראָרדענונג, מעגן פאַרזאַמלונגען אויפן גאַס שוין פאָרקומען מיט 250 באַטייליגטע, אַנשטאָט די ביז יעצטיגע 100 באַטייליגטע, אָבער אויף רעליגיעזע פאַרזאַמלונגען אין גאַס איז נישטאָ קיין שום לימיט. פאַרזאַמלונגען אינעווייניג זענען יעצט געצוימט צו 25 פראָצענט פון וויפיל עס גייט אַריין געווענליך אין די צימער אָדער זאַל, אָבער עס טאָרן נישט זיין מער ווי 100 מענטשן.
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה