דער פירער פון די וועלט געזונטהייט אָרגאַניזאַציע (WHO) זאָגט, אַז די ערגסטע געפאַר פאַר די וועלט יעצט, איז נישט די קאָראָנאַ וויירוס אַליינס, נאָר דער פאַקט אַז עס איז פאַרוואַנדלט געוואָרן אין פאָליטיק. דירעקטאָר טעדראס אדהאנאם זאָגט, אַז די ערגסטע געפאַר איז יעצט אַז עס זענען נישטאָ גענוג שטאַרקע פירער אין די וועלט'ס לענדער, און די וועלט'ס לענדער האַלטן זיך נישט פאַראייניגט. אדהאנאם האָט געלאָזט הערן די קאָמענטאַרן ביי א ווידעאָ קאָנפערענץ צו א רעגירונג סאָמיט אין דוביי, וואו ער האָט אַּפעלירט צו די וועלט פירער צו אַרבעטן מער אינאיינעם.

באקלאגעניש איבער געזונטהייט רייבערייען


דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל