באאמטע באשולדיגן אז די כינעזער רעגירונג זאמלט די-ען-עי באווייזן פון מיליאנען פון אירע בירגער, מיט'ן ציהל צו קענען שפיאנירן אויף אירע אייגענע בירגער. לויט'ן באריכט, האבן פאליציי דאס שוין אונטערגענומען מיט דריי יאר צוריק, צו נעמען בלוט טעסטס פון 700 מיליאן פון אירע בירגער, און די די-ען-עי פון די טעסטס ווערן אריינגעשטעלט אין א ספעציעלע דאטאבעיסן. די כינעזער רעזשים ווערט באשולדיגט אז זי נוצט נאכדעם די דאטא- בעיס צו שפיאנירן אויף אירע אייגענע בירגער, און זעהן צי סיי ווער דרוקט אויס קעגנערשאפט אדער טוט שריט קעגן די קאמוניסטישע פארטיי וואס קאנטראלירט די רעגירונג.
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה