די דייטשע שפיאנאזש באאמטע האבן ארויסגעשטעלט א פרישע ווארענונג, אז זיי האבן קלארע באווייזן אז די איראנער רעזשים זוכט ווייטער צו אנטוויקלען נוקלעארע וואפנס. איראן זאגט די גאנצע צייט אז זיי זענען גרייט זיך צוריק אנצושליסן אין די 2015 דיעל, און אז זייער גאנצע ציהל פון אנטוויקלען נוקלעארע קראפט, איז פאר ציווילע ענערגיע. יעצט ווארנט אבער די דייטשע שפיאנאזש אגענטור אז איראן און נאך עטליכע לענדער זוכן אויסצוברייטערן זייערע נוקלעארע אקטיוויטעטן, מיט'ן ציהל צו בויען נוקלעארע וואפנס.
דורך לוח הציבור
הוסף רשומת תגובה