דאקטער ענטאני פאוטשי זאגט, אז אמעריקע האלט נאך אינמיטן די ערשטע פאזע פונעם קאראנא וויירוס, און מען איז נאכנישט אריבערגעגאנגען די גאנצע פאזע. פאוטשי איז אנגעפרעגט געווארן איבער די פאקט אז פילע סטעיטס זעהן אין די לעצטערע טעג אן אויפשטייג פון וויירוס פעלער, און ער זאגט אז דאס איז אלעס טייל פון די ערשטע פאזע. פאוטשי זאגט אז מען זאל נישט ערווארטן אז די ערשטע כוואליע וועט זיין פאראיבער בעפאר אינמיטן זומער, און אויב ס'וועט זיין א צווייטע כוואליע, וועט עס זיין אנהייב קומענדיגן ווינטער.


דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל